34 און מרים האט געזאגט צום מלאך: וויאזוי וועט דאס דאזיקע זיין, איך קען דאך נישט קיין מאן? 35 און דער מלאך האט ענטפערנדיק געזאגט צו איר: דער רוח הקודש וועט קומען איבער דיר, און דעם אויבערשטנס גבורה וועט דיך באשאטן; דערפאר וועט דאס געבוירענע (קינד) אויך גערופן ווערן הייליק, זון פון דעם אויבערשטער. (ישעיהו ז, יד.) 36 און זע, אלישבע, די קרובה דיינע, אויך זי איז טראגעדיק מיט א זון אויף איר עלטער, און זי, וועמען מען האט גערופן עקרה, איז שוין אין זעקסטן חודש; 37 ווייל קיין זאך איז נישט אוממעגלעך פאר ה׳. 38 און מרים האט געזאגט: זע, איך בין די דינסטמויד פון דעם האר (ג-ט); זאל מיר געשען לויט דיין ווארט. און דער מלאך איז אוועקגעגאנגען פון איר.
Publicidade
Publicidade