46 און מרים האט געזאגט:
47 עס טוט דערהייבן מיין זעל דעם האר,
און עס פריידט זיך מיין גייסט אין ה׳, מיין דערלייזער,
48 ווייל ער האט געבליקט אויף דער נידעריקייט פון זיין דינסטמויד;
ווארום זע, פון איצט אָן וועלן מיך רופן געבענטשטע אלע דורות,
49 ווייל גרויסע זאכן האט מיר געטאן דער מעכטיקער,
און הייליק איז זיין נאמען;
50 און זיין בארעמהארציקייט איז פון דור צו דור צו די,
וואס פארכטן זיך פאר אים.
51 מאכט האט ער באוויזן מיט זיין ארעם,
צעשפרייט האט ער די שטאלצע אין דער מחשבה פון זייער הארץ.
52 פון טראנען האט ער אראפגעזעצט מעכטיקע,
און נידריקע האט ער דערהייבט;
53 הונגריקע האט ער אנגעפילט מיט אלעם גוטן,
און רייכע אוועקגעשיקט מיט גארנישט.
54 געהאלפן האט ער זיין קנעכט ישראל,
געדענקענדיק זיין רחמנות,
55 אזוי ווי ער האט גערעדט צו אונדזערע אבות,
צו אברהם און זיין זאמען אויף אייביק.