59 און עס איז געשען, דעם אכטן טאג איז מען געקומען מל זיין דאס קינד, און מען האט אים א נאמען געגעבן נאך זיין פאטער זכריה. 60 און זיין מוטער האט ענטפערנדיק געזאגט: ניין; נאר ער זאל הייסן יוחנן. 61 און זיי האבן צו איר געזאגט: אין דיין משפחה איז דאך נישטא קיינער, וואס האט דעם דאזיקן נאמען! 62 און זיי האבן געוואונקען צו זיין פאטער, ווי וואלט ער געוואלט אים א נאמען געבן. 63 און ער האט געבעטן א שרייב טעוועלע און האט אויפגעשריבן, אזוי צו זאגן; זיין נאמען איז יוחנן! און אלע האבן זיך געוואונדערט.