67 און זכריה, זיין פאטער, איז פול געווארן מיט דעם רוח הקודש און האט נבואות געזאגט, אזוי צו זאגן:
68 געלויבט זאל זיין דער האר, דער ג-ט פון ישראל.
ווייל ער האט השגחה געהאט און געשאפן א ישועה פאר זיין פאלק,
69 און אויפגעשטעלט א הארן פון גאולה פאר אונדזערטוועגן
אין דעם הויז פון דוד זיין קנעכט,
70 לויט ווי ער האט גערעדט דורך דעם מויל פון זיינע הייליקע נביאים.
פון אייביק אָן,
71 א רעטונג פון אונדזערע שונאים און אויס דער האנט
פון אלע, וואס האסן אונדז;
72 צו טאן חסד מיט אונדזערע אבות,
און צו געדענקען זיין הייליקן בונד;
73 די שבועה, וואס ער האט געשוואוירן צו אונדזער פאטער אברהם;
74 אונדז צו געבן, זייענדיק באפרייט אויס דער האנט פון אונדזערע שונאים,
מיר זאלן אים דינען אָן מורא,
75 אין קדושה און גערעכטיקייט פאר אים אלע אונדזערע טעג.
76 און דו, קינד, וועסט גערופן ווערן: נביא פון דעם אויבערשטער,
ווארום דו וועסט גיין פארויס פאר דעם האר
צוצוגרייטן זיינע וועגן, (ישעיהו מ, ג.)
77 כדי צו געבן זיין פאלק דערקענטעניש פון ישועה
דורך דער פארגעבונג פון זייערע זינד,
78 דורך דער הערצלעכער דערבארמונג פון אונדזער ג-ט,
דורך וועלכן א זונאויפגאנג פון אויבן וועט קומען צו אונדז,
79 זיי צו געבן ליכט וואס זיצן אין פינצטערניש
און אין שאטן פון טויט,
צו פירן אונדזערע פיס אינם וועג פון שלום.