25 און זע, א געוויסער בעל תורה האט זיך אויפגעשטעלט און אים אויסגעפרואווט, אזוי צו זאגן: רבי, וואס זאל איך טאן, כדי צו ירשענען אייביק לעבן? 26 און ער האט צו אים געזאגט: וואס שטייט געשריבן אין דער תורה? וויאזוי לייענסטו? 27 האט ער ענטפערנדיק געזאגט: דו זאלסט ליב האבן דעם האר, דיין ג-ט, מיטן גאנצן הארצן דיינעם און מיט דיין גאנץ נפש און מיט דיין גאנצער קראפט און מיט דיין גאנצן פארשטאנד, און דיין חבר ווי דיך אליין! (דברים ו, ה; ויקרא יט, יח.) 28 האט ער צו אים געזאגט: דו האסט ריכטיק געענטפערט; טו דאס דאזיקע, און דו וועסט לעבן.
Publicidade
Publicidade