Pular para o conteúdo
Publicidade

Lucas 10

25 און זע, א געוויסער בעל תורה האט זיך אויפגעשטעלט און אים אויסגעפרואווט, אזוי צו זאגן: רבי, וואס זאל איך טאן, כדי צו ירשענען אייביק לעבן? 26 און ער האט צו אים געזאגט: וואס שטייט געשריבן אין דער תורה? וויאזוי לייענסטו? 27 האט ער ענטפערנדיק געזאגט: דו זאלסט ליב האבן דעם האר, דיין ג-ט, מיטן גאנצן הארצן דיינעם און מיט דיין גאנץ נפש און מיט דיין גאנצער קראפט און מיט דיין גאנצן פארשטאנד, און דיין חבר ווי דיך אליין! (דברים ו, ה; ויקרא יט, יח.) 28 האט ער צו אים געזאגט: דו האסט ריכטיק געענטפערט; טו דאס דאזיקע, און דו וועסט לעבן. 29 ער אבער, ווילנדיק זיך אליין גערעכטפערטיקן, האט געזאגט צו יהושען/ישוען: און ווער איז מיין חבר? 30 האט יהושע/ישוע ענטפערנדיק געזאגט: א געוויסער מענטש איז אראפגעגאנגען פון ירושלים קיין יריחו און איז אריינגעפאלן צווישן גזלנים; און זיי האבן אים אויסגעטאן און אים באלייגט מיט בלוטיקע שלעק און זענען אוועקגעגאנגען איבערלאזנדיק אים א האלב טויטן. 31 און מעשה צופאל איז א כהן אראפגעגאנגען אויף יענעם וועג; און ווי ער האט אים דערזען, איז ער אריבער אויף דער אנדערער זייט און אוועקגעגאנגען. 32 און אויך אזוי א לוי, קומענדיק צו דעם ארט און זעענדיק אים, איז אריבער אויף דער אנדערער זייט און אוועקגעגאנגען. 33 א געוויסער שומרוני אבער, אונטערוועגנס, איז אהינגעקומען צו אים, און ווי ער האט אים דערזען, האט ער זיך דערבארעמט 34 און איז צוגעגאנגען און האט אים פארבונדן די וואונדן זיינע און ארויפגעגאסן אייל און וויין; און אים ארויפגעזעצט אויף זיין אייגענער בהמה און אוועקגעפירט אין אן אכסניה אריין און אים געזארגט. 35 און צומארגנס האט ער ארויסגענומען צוויי דינרים און זיי געגעבן דעם בעל אכסניה און געזאגט: קוק דיך אום אויף אים! און וואס דו וועסט אויסגעבן מער, וועל איך דיר באצאלן ווען איך וועל מיך אומקערן. 36 ווער פון די דאזיקע דריי, מיינסטו, איז געווען א חבר צו אים, וואס איז אריינגעפאלן צווישן די גזלנים? 37 און ער האט געזאגט: דער, וואס האט געטאן חסד מיט אים! און יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט: גיי, און טו אויך אזוי!

Veja também