Pular para o conteúdo
Publicidade

לוקאס 12

15 ער האט אבער צו זיי געזאגט: גיט אכטונג און היט זיך פאר יעדער געלטגייציקייט! ווייל דאס לעבן פון א מענטשן באשטייט נישט אין דער שפע פון זיין פארמעגן. 16 און האט זיי געזאגט א משל, אזוי צו זאגן: א געוויסן עושרס לאנד האט אריינגעברענגט א גוטן שניט; 17 און ער האט זיך מישב געווען, זאגנדיק: וואס זאל איך טאן, אז איך האב נישט וואו איינצוזאמלען מיינע פירות? 18 און האט געזאגט: דאס דאזיקע וועל איך טאן: איך וועל צעשטערן מיינע שפייכלערס און בויען גרעסערע און וועל דארטן איינזאמלען די גאנצע תבואה און די גיטער מיינע; 19 און איך וועל זאגן צו מיין זעל: נשמה מיינע, האסט א סך גוטע זאכן ליגן אויף פיל יארן; האב מנוחה, עס, טרינק און לאז דיר וואוילגיין! 20 ה׳ אבער האט צו אים געזאגט: דו נאר, אין דער דאזיקער נאכט וועט דיין זעל פון דיר געפאדערט ווערן; און פאר וועמען וועט עס זיין, וואס דו האסט אנגעגרייט? 21 אָט אזוי גייט עס דעם, וואס זאמלט אוצרות פאר זיך און איז נישט רייך אין ה׳.

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.

Veja também