Publicidade

Lucas 13

10 און ער האט געלערנט אין איינער פון די שולן א שבתדיקן טאג. 11 און זע, דארט איז געווען א פרוי, וואס האט געהאט א גייסט פון קראנקייט אכצן יאר לאנג, און זי איז געווען צוזאמענגעקרימט און האט זיך נישט געקענט אויפשטעלן גלייך. 12 און ווי יהושע/ישוע האט זי דערזען, האט ער זי צוגערופן און צו איר געזאגט: פרוי, דו ביסט באפרייט פון דיין קראנקייט! 13 און האט ארויפגעלייגט אויף איר די הענט, און אין אן אויגנבליק איז זי אויפגעריכט געווארן און האט געלויבט ה׳. 14 און דער גבאי פון דער שול, בייזערנדיק זיך צוליב דעם, וואס יהושע/ישוע האט געהיילט אום שבת, האט ענטפערנדיק געזאגט צום עולם מענטשן: עס זענען פאראן זעקס טעג, אין וועלכע מען זאל ארבעטן; קומט זשע אין די דאזיקע און לאזט זיך היילן און נישט אין טאג פון שבת! 15 אבער דער האר האט אים געענטפערט און געזאגט: צבועקעס, צי בינדט דען נישט יעדער איינער פון אייך אויף אום שבת דעם אקס זיינעם אדער דאס אייזל פון דער קאריטע און פירט עס אוועק אנצוטרינקען? 16 און זי, וואס איז א בת אברהם, וועמען דער שׂטן האט געבונדן, זע, אכצן יאר לאנג, האט זי דען נישט געזאלט אויפגעבונדן ווערן פון דער דאזיקער געבונדנקייט אין דעם טאג פון שבת? 17 און ווען ער האט דאס געזאגט, זענען אלע זיינע קעגנער פארשעמט געווארן; און דער גאנצער עולם מענטשן האט זיך געפריידט איבער אלע וואונדערלעכע מעשים, וואס זענען געשען דורך אים.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-29_22-07-56-