20 און ער איז אויפגעשטאנען, און איז אוועק צו זיין פאטער. בשעת אבער ער איז נאך געווען ווייט, האט דער פאטער זיינער אים געזען און האט זיך דערבארעמט, און איז געלאפן, און אים געפאלן אויף זיין האלדז, און האט אים געקושט. 21 און דער זון האט צו אים געזאגט: פאטער, איך האב געזינדיקט קעגן הימל און פאר דיר, איך בין מער נישט ווערט גערופן צו ווערן דיין זון. 22 דער פאטער אבער האט געזאגט צו זיינע קנעכט: ברענגט געשווינט ארויס דאס בעסטע מלבוש און קליידט אים אָן; און גיט אים א רינג אויף זיין האנט, און שיך אויף די פיס; 23 און ברענגט דאס געשטאפטע קאלב, שחט עס, און לאמיר עסן און זיך לאזן וואוילגיין;
Publicidade
Publicidade