Pular para o conteúdo
Publicidade

Lucas 15

4 וועלכער מענטש פון אייך, האבנדיק הונדערט שאף און פארלירנדיק איינע פון זיי, לאזט נישט איבער די ניין און ניינציק אין דער מדבר און גייט נאך דער פארלוירענער, ביז ער געפינט זי? 5 און ווען ער האט זי געפונען, לייגט ער זי אויף זיינע שולטער מיט שמחה; 6 און קומענדיק אהיים, רופט ער צונויף זיינע פריינד און די שכנים, און זאגט צו זיי: פריידט זיך מיט מיר, ווייל איך האב געפונען מיין שאף, וואס איז פארלוירן געגאנגען. 7 איך זאג אייך, אָט אזוי וועט זיין א שמחה אין הימל איבער איין חוטא, וואס טוט תשובה, מער ווי איבער ניין און ניינציק צדיקים, וואס דארפן נישט קיין תשובה.

Veja também