Pular para o conteúdo
Publicidade

Lucas 16

19 עס איז געווען א רייכער מענטש, וואס האט זיך געקליידט אין פורפור און אין טייערע לייוונט, און האט געלעבט טאג איין טאג אויס אין תענוגים און וואוילטאג; 20 און א געוויסער ארעמאן מיטן נאמען אלעזר איז געלעגן פאר זיין טיר פול מיט געשווירן, 21 און האט געגארט זיך צו זעטיקן פון דעם, וואס איז אראפגעפאלן פון דעם רייכנס טיש; נאר עס זענען נאך אפילו געקומען די הינט און האבן געלעקט זיינע געשווירן. 22 און עס איז געשען, דער אביון איז געשטארבן, און איז אוועקגעטראגן געווארן פון די מלאכים אין אברהמס שויס אריין. און דער עושר איז אויך געשטארבן און איז באגראבן געווארן. 23 און אין שאול תחתית האט ער אויפגעהויבן זיינע אויגן, זייענדיק אין יסורים, און זעט אברהמען פונדערווייטנס און אלעזרן אין זיין שויס. 24 און ער האט א געשריי געטאן און געזאגט: פאטער אברהם, דערבארם דיך אויף מיר און שיק אלעזרן, אז ער זאל איינטונקען זיין שפיץ פינגער אין וואסער און מיר קילן מיין צונג; מחמת איך לייד פיין אין דעם דאזיקן פלאם! 25 אברהם אבער האט געזאגט: קינד, געדענק, אז דו האסט באקומען דיין גוטס ביי דיין לעבן, און אלעזר אויך אזוי דאס בייזע; איצט ווערט ער דא געטרייסט, דו אבער ווערסט געפייניקט. 26 און צו דעם אלעם איז צווישן אונדז און אייך פעסטגעלייגט א גרויסער תהום, אז די, וואס וואלטן געוואלט אריבערגיין פונדאנען צו אייך, זאלן עס נישט קענען, אויך זאל מען נישט אריבערקומען פון דארטן צו אונדז. 27 האט ער געזאגט: איך בעט דיך דעריבער, פאטער, אז דו זאלסט אים שיקן אין דעם הויז פון מיין פאטער; 28 ווארום איך האב פינף ברידער; כדי ער זאל זיי ווארנען, אז זיי זאלן אויך נישט קומען צו דעם דאזיקן ארט פון פיין! 29 אברהם אבער זאגט: זיי האבן (תורת) משה און די נביאים; זאלן זיי זיי הערן. 30 און ער האט געזאגט: ניין, פאטער אברהם, נאר אויב עמיצער פון די טויטע זאל קומען צו זיי, וועלן זיי תשובה טאן! 31 ער אבער האט געזאגט צו אים: אויב זיי וועלן נישט הערן משהן און די נביאים, וועלן זיי זיך אויך נישט לאזן איבערצייגן, אויב עמיצער וועט אויפשטיין פון די טויטע.

Veja também