12 און בשעת ער איז אריינגעקומען אין א געוויס דארף אריין, האבן אים באגעגענט צען מצורעים, וועלכע זענען געשטאנען פונדערווייטנס; 13 און האבן אויפגעהויבן זייער קול, אזוי צו זאגן: יהושע/ישוע, האר, האב רחמנות אויף אונדז! 14 און ווי ער האט זיי דערזען, האט ער צו זיי געזאגט: גייט, ווייזט זיך צו די כהנים! און עס איז געשען, בשעת זיי זענען אוועקגעגאנגען, זענען זיי ריין געווארן. 15 איינער אבער פון זיי, זעענדיק אז ער איז געהיילט געווארן, האט זיך אומגעקערט און געלויבט ה׳ מיט א הויך קול, 16 און איז אנידערגעפאלן אויפן פנים פאר זיינע פיס, און האט אים געדאנקט; און ער איז געווען א שומרוני. 17 און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק געזאגט: צי זענען דען נישט די צען ריין געווארן? וואו אבער זענען די ניין? 18 צי האט זיך נישט געפונען קיינער, וואס האט זיך אומגעקערט אפצוגעבן כבוד צו ה׳, אחוץ דער דאזיקער נכרי? 19 און ער האט געזאגט צו אים: שטיי אויף און גיי; דיין אמונה האט דיך געראטעוועט!
Publicidade
Publicidade