Publicidade

Lucas 17

14 און ווי ער האט זיי דערזען, האט ער צו זיי געזאגט: גייט, ווייזט זיך צו די כהנים! און עס איז געשען, בשעת זיי זענען אוועקגעגאנגען, זענען זיי ריין געווארן. 15 איינער אבער פון זיי, זעענדיק אז ער איז געהיילט געווארן, האט זיך אומגעקערט און געלויבט ה׳ מיט א הויך קול, 16 און איז אנידערגעפאלן אויפן פנים פאר זיינע פיס, און האט אים געדאנקט; און ער איז געווען א שומרוני. 17 און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק געזאגט: צי זענען דען נישט די צען ריין געווארן? וואו אבער זענען די ניין? 18 צי האט זיך נישט געפונען קיינער, וואס האט זיך אומגעקערט אפצוגעבן כבוד צו ה׳, אחוץ דער דאזיקער נכרי? 19 און ער האט געזאגט צו אים: שטיי אויף און גיי; דיין אמונה האט דיך געראטעוועט!

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-29_22-07-56-