Pular para o conteúdo
Publicidade

Lucas 18

35 און עס איז געשען, בשעת ער האט זיך דערנענטערט קיין יריחו, איז איינער א בלינדער געזעסן ביים וועג און געבעטלט. 36 און היות ער האט געהערט א המון מענטשן פארבייגיין, האט ער זיך געפרעגט, וואס עס איז. 37 און מען האט אים געזאגט, אז יהושע/ישוע פון נצרת גייט פארביי. 38 און ער האט א געשריי געטאן, אזוי צו זאגן: יהושע/ישוע בן דוד, האב רחמנות אויף מיר! 39 און די, וואס זענען געגאנגען פארויס, האבן אנגעשריגן אויף אים, אז ער זאל שווייגן; ער אבער האט נאך פיל מער געשריגן; בן דוד, האב רחמנות אויף מיר! 40 און יהושע/ישוע האט זיך אפגעשטעלט און באפוילן מען זאל אים ברענגען צו אים. און ווי ער האט זיך דערנענטערט, האט ער אים געפרעגט: 41 וואס ווילסטו איך זאל טאן פאר דיר? און ער האט געזאגט: האר, אז איך זאל ווערן זעענדיק! 42 און יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט; באקום דיין זעענדיק! דיין גלויבן האט דיר געהאלפן! 43 און תיכף ומיד איז ער זעענדיק געווארן, און האט אים נאכגעפאלגט, לויבנדיק ה׳; און דאס גאנצע פאלק, וואס האט דאס געזען, האט אפגעגעבן א שבח צו ה׳.

Veja também