9 און ער האט געזאגט דאס דאזיקע משל אויך צו אייניקע, וואס זענען געווען איבערצייגט וועגן זיך אליין, אז זיי זענען צדיקים און די איבריקע האבן זיי מבטל געמאכט: 10 צוויי מענטשן זענען ארויפגעגאנגען אין בית המקדש אריין תפילה טאן, איינער א פרוש, דער אנדערער א שטייער אויפמאנער. 11 דער פרוש האט זיך אוועקגעשטעלט און אזוי מתפלל געווען צו זיך אליין: אָ, ה׳, איך דאנק דיר, וואס איך בין נישט אזוי ווי די איבריקע מענטשן, גזלנים, רשעים, נואפים, אדער אפילו ווי דער דאזיקער שטייער אויפמאנער. 12 איך פאסט צוויי מאל אין דער וואך; איך גיב מעשר פון אלעם, וואס איך דערווערב. 13 און דער שטייער אויפמאנער איז געשטאנען פונדערווייטנס, האט אפילו נישט געוואלט אויפהויבן די אויגן צום הימל, נאר האט זיך געשלאגן אויף זיין ברוסט, אזוי צו זאגן: אָ, ה׳, זיי מיר מוחל, דעם חוטא! 14 איך זאג אייך, דער דאזיקער איז אראפגעגאנגען אהיים מער גערעכטפערטיקט ווי יענער. ווייל יעדער איינער, וואס דערהייבט זיך אליין, וועט דערנידעריקט ווערן; און ווער עס דערנידעריקט זיך אליין, דער וועט דערהייבט ווערן.