Pular para o conteúdo
Publicidade

לוקאס 19

2 און זע, א מאן, וואס מען האט אים גערופן מיט דעם נאמען זכי, און ער איז געווען א ראש שטייער אויפמאנער, און אן עושר; 3 און האט באגערט צו זען יהושען/ישוען, ווער ער איז, און האט נישט געקענט מחמת דעם המון מענטשן, ווייל ער איז געווען קליין פון געוואוקס. 4 און ער איז געלאפן פארויס, און האט ארויפגעקלעטערט אויף א שקמה בוים, כדי אים צו זען; ווייל ער האט דארטן געזאלט פארבייגיין. 5 און ווי יהושע/ישוע איז געקומען צו דעם ארט, האט ער ארויפגעבליקט און געזאגט צו אים: זכי, קום געשווינט אראפ; ווארום היינט מוז איך איינשטיין ביי דיר אין הויז! 6 און ער איז גיך אראפגעשטיגן, און האט אים אויפגענומען מיט פרייד. 7 און זעענדיק דאס, האבן אלע געמורמלט, אזוי צו זאגן: ביי אן איש חוטא איז ער אריינגעגאנגען זיך אויפצוהאלטן! 8 זכי אבער האט זיך אנידערגעשטעלט און געזאגט צום האר: זע, די העלפט פון מיין פארמעגן, האר, גיב איך צו די ארעמעלייט, און אויב איך האב ביי עמיצן עפעס ארויסגעפרעסט, גיב איך אים אפ פיר מאל אזויפיל.

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.

Veja também