Pular para o conteúdo
Publicidade

Lucas 19

28 און ווען ער האט דאס געזאגט, איז ער אוועק פארויס, און איז ארויפגעגאנגען קיין ירושלים.

29 און עס איז געשען, ווען ער האט זיך דערנענטערט קיין בית-פגי און בית-היני ביים בארג, וואס האט געהייסן הר הזיתים, האט ער געשיקט צוויי פון די תלמידים, 30 און געזאגט: גייט אריין אין דעם דארף אנטקעגנאיבער; און ווען איר וועט דארט אריינקומען, וועט איר געפינען א יונג אייזל אנגעבונדן, אויף וועלכן קיין מענטש איז נאך קיינמאל נישט געזעסן; בינדט עס אויף און ברענגט עס צו אהער. 31 און אויב עמיצער וועט אייך פרעגן: פארוואס בינדט איר עס אויף? זאלט איר אזוי זאגן: דער האר דארף עס האבן! 32 און די שליחים זענען אהינגעגאנגען, און האבן געפונען אזוי ווי ער האט זיי געזאגט. 33 און ווען זיי האבן אויפגעבונדן דאס יונגע אייזל, האבן זיינע בעלי בתים געזאגט צו זיי: פארוואס בינדט איר אויף דאס אייזל? 34 און זיי האבן געזאגט: דער האר דארף עס האבן! 35 און זיי האבן עס געברענגט צו יהושען/ישוען, און האבן ארויפגעווארפן זייערע מלבושים אויף דעם אייזל, און ארויפגעזעצט יהושען/ישוען דערויף. (זכריה ט, ט.) 36 און בשעת ער איז געגאנגען, האבן זיי אויסגעשפרייט זייערע קליידער אויפן וועג. 37 און ווען ער האט זיך שוין דערנענטערט צום אראפגאנג פון דעם הר הזיתים, האט די גאנצע מאסע תלמידים אנגעהויבן פריידיק צו לויבן ה׳ מיט א הויך קול פאר אלע גבורות, וואס זיי האבן געזען, 38 און האבן געזאגט:

געבענטשט איז דער קעניג, וואס קומט אינם נאמען פון דעם האר (ה׳);

שלום אין הימל, און כבוד אין די הויכקייטן!

39 און אייניקע פון די פרושים אויס דעם המון מענטשן האבן געזאגט צו אים: רבי, שריי אָן אויף דיינע תלמידים! 40 און ער האט ענטפערנדיק געזאגט: איך זאג אייך: אויב די דאזיקע שווייגן, וועלן די שטיינער שרייען!

Veja também