Pular para o conteúdo
Publicidade

Lucas 2

1 און עס איז געשען אין יענע טעג, א דעקרעט איז ארויסגעגאנגען פון קיסר אויגוסטוס, אז די גאנצע וועלט זאל זיך רעגיסטרירן. 2 דאס איז די ערשטע רעגיסטרירונג, וואס איז געמאכט געווארן בשעת קירעניוס איז געווען העגמון פון סיריען. 3 און אלע זענען געגאנגען זיך רעגיסטרירן, יעדער איינער אין זיין אייגענער שטאט אריין. 4 און יוסף איז אויך ארויפגעגאנגען פון גליל, אויס דער שטאט נצרת, קיין יהודה, אין דער שטאט פון דוד, וועלכע הייסט בית-לחם, ווייל ער איז געווען פון דעם הויז און משפחה פון דוד (המלך); 5 אז ער זאל זיך לאזן רעגיסטרירן צוזאמען מיט מרים, וואס איז געווען פארקנסט צו אים, און איז געווען מעוברת.

Veja também