15 און עס איז געשען, ווי די מלאכים זענען פון זיי אוועק אין הימל אריין, האבן די פאסטוכער געזאגט איינער צום אנדערן: לאמיר איצט גיין קיין בית-לחם, און זען די דאזיקע זאך, וואס איז געשען, וועלכע דער האר (ה׳) האט אונדז צו וויסן געטאן. 16 און זיי זענען געגאנגען איילנדיק און האבן געפונען מרים און יוספן, און דאס קליינע קינד ליגנדיק אין דער מולטער. 17 און ווען זיי האבן עס געזען האבן זיי באקאנט געמאכט דאס ווארט, וואס איז צו זיי גערעדט געווארן וועגן דעם דאזיקן קינד. 18 און אלע, וואס האבן דאס געהערט, האבן זיך געוואונדערט איבער דעם, וואס איז געזאגט געווארן פון די פאסטוכער.
Publicidade