22 און ווען די טעג זענען דערפילט געווארן פון זייער רייניקונג לויט תורת משה, האבן זיי אים ארויפגעברענגט קיין ירושלים, כדי אים אוועקצושטעלן פאר דעם האר (ה׳) (ויקרא יב, א-ח.) 23 אזוי ווי עס שטייט געשריבן אין דער תורה פון דעם האר (ה׳): יעדער זכר, וואס עפנט די מוטערטראכט, זאל גערופן ווערן הייליק צום האר (ה׳); (שמות יג, א-ב.) 24 און צו ברענגען א קרבן לויט ווי עס איז געזאגט געווארן אין דער תורה פונם האר (ה׳): א *פאר טערקל-טויבן אדער צוויי יונגע טויבן.
25 און זע, עס איז געווען א מענטש אין ירושלים, וועלכער האט געהייסן שמעון, און דער דאזיקער איז געווען אן איש צדיק און א ג-טספארכטיקער מענטש, און האט געהאפט אויף דער נחמה פון ישראל; און דער רוח הקודש האט גערוט אויף אים. 26 און עס איז אים אנטפלעקט געווארן דורך דעם רוח הקודש, אז ער וועט נישט זען דעם טויט איידער ער וועט זען דעם משיח פון דעם האר ה׳. 27 און ער איז געקומען דורך דעם גייסט אין בית המקדש אריין! און בשעת די עלטערן האבן אריינגעברענגט דאס קינד יהושע/ישוע, כדי צו טאן מיט אים לויט דעם מנהג פון דער תורה, 28 האט ער (שמעון) עס גענומען אויף זיינע ארעמס און געלויבט ה׳ און געזאגט:
29 איצט, אָ, האר, לאזטו דיין קנעכט גיין,
לויט דיין ווארט, בשלום,
30 ווייל געזען האבן מיינע אויגן דיין רעטונג,
31 וואס דו האסט צוגעגרייט פאר אלע פעלקער,
32 א ליכט צו דער באלויכטונג פון די אומות (העולם)
און א הערלעכקייט פאר דיין פאלק ישראל.
(ישעיהו מב, ו.)
33 און זיין פאטער און מוטער האבן זיך געוואונדערט איבער דעם, וואס איז געזאגט געווארן וועגן אים; 34 און שמעון האט זיי געבענטשט און געזאגט צו מרים, זיין מוטער: זע, ער איז באשטימט צום פאלן און אויפשטיין פון א סך אין ישראל, און אלס א צייכן, וואס וועט ווידערגעשפראכן ווערן; (ישעיהו ח, יד-טו.) 35 און אויך דיין אייגענער זעל וועט דורכדרינגען א שווערד; כדי די מחשבות פון א סך הערצער זאלן אנטפלעקט ווערן.
36 און עס איז געווען א נביאה, חנה בת פנואל, פונם שבט אשר. זי האט שוין געהאט דערגרייכט א זייער טיפע עלטער, האבנדיק געלעבט מיט א מאן זיבן יאר פון איר יונגפרוישאפט אָן, 37 און איז געווען אן אלמנה ביז צו פיר און אכציק יאר, וואס האט נישט פארלאזט דאס בית המקדש, און האט געדינט ה׳ מיט תעניתים און תפילות בייטאג און ביינאכט. 38 אויך זי איז געקומען אין דער זעלביקער שעה, האט געלויבט ה׳, און גערעדט וועגן אים צו אלע, וואס האבן געהאפט אויף דער אויסלייזונג פון ירושלים.