4 און יוסף איז אויך ארויפגעגאנגען פון גליל, אויס דער שטאט נצרת, קיין יהודה, אין דער שטאט פון דוד, וועלכע הייסט בית-לחם, ווייל ער איז געווען פון דעם הויז און משפחה פון דוד (המלך); 5 אז ער זאל זיך לאזן רעגיסטרירן צוזאמען מיט מרים, וואס איז געווען פארקנסט צו אים, און איז געווען מעוברת. 6 און עס איז געשען, בשעת זיי זענען דארט געווען, דאס די טעג פון איר קימפעט זענען דערפילט געווארן, 7 און זי האט געבוירן איר זון, דעם בכור, און האט אים איינגעוויקלט אין ווינדעלעך און אריינגעלייגט אין א מולטער, צוליב דעם וואס עס איז נישט געווען קיין ארט פאר זיי אין דער אכסניה.
Publicidade