Pular para o conteúdo
Publicidade

לוקאס 2

41 און זיינע עלטערן פלעגן עולה רגל זיין יעדעס יאר קיין ירושלים אויף יום טוב פסח. 42 און ווען ער איז אלט געווארן צוועלף יאר זענען זיי ארויפגעגאנגען לויט דעם מנהג פונם יום טוב; 43 און ווען די טעג האבן זיך געענדיקט און זיי האבן זיך אומגעקערט (אהיים), איז דאס יינגל יהושע/ישוע איבערגעבליבן אין ירושלים, און זיינע עלטערן האבן עס נישט געוואוסט; 44 נאר מיינענדיק, אז ער איז מיט די עולי רגל, זענען זיי געגאנגען א טאג רייזע און האבן אים געזוכט צווישן די קרובים און באקאנטע. 45 און (אזוי ווי) זיי האבן אים נישט געפונען, האבן זיי זיך אומגעקערט קיין ירושלים און אים געזוכט. 46 און עס איז געשען, אין דריי טעג ארום האבן זיי אים געפונען אין בית המקדש זיצנדיק אין דער מיט צווישן די תנאים, און ער האט זיך צוגעהערט צו זיי און זיי געשטעלט קשיות; 47 און אלע, וואס האבן אים געהערט, האבן געשטוינט איבער זיין שכל און זיינע תשובות. 48 און ווען זיי האבן אים דערזען, זענען זיי געווארן אויסער זיך, און זיין מוטער האט צו אים געזאגט; קינד, פארוואס האסטו אונדז אזוי געטאן? זע, דיין פאטער און איך האבן דיך געזוכט מיט אנגסט. 49 און ער האט צו זיי געזאגט; פארוואס האט איר מיך געזוכט? צי האט איר דען נישט געוואוסט, אז איך מוז זיין אין מיין פאטערס הויז? 50 און זיי האבן נישט משיג געווען דאס ווארט, וואס ער האט צו זיי גערעדט. 51 און ער איז אראפגעגאנגען מיט זיי און איז געקומען קיין נצרת און געווען אונטערטעניק צו זיי; און די מוטער זיינע האט אפגעהיטן די אלע ווערטער אין איר הארץ.

52 און יהושע/ישוע איז געוואקסן אין דער חכמה און אין קערפערלעכן געשטאלט, און אין חן ביי ה׳ און ביי לייטן.

Veja também