Pular para o conteúdo
Publicidade

Lucas 22

54 און זיי האבן אים געכאפט, און אים אוועקגעפירט, און אריינגעברענגט אין כהן גדולס הויז אריין. פעטרוס אבער האט נאכגעפאלגט פונדערווייטנס. 55 און ווען זיי האבן אנגעצונדן א פייער אינמיטן הויף, און זיך אנידערגעזעצט צוזאמען, האט פעטרוס זיך אנידערגעזעצט צווישן זיי. 56 א דינסטמיידל אבער האט אים געזען זיצן ביים פייער, האט זי זיך גוט איינגעקוקט אויף אים און געזאגט: אויך דער דאזיקער איז געווען מיט אים! 57 און ער האט עס אפגעלייקנט, אזוי צו זאגן: אשה, איך קען אים נישט! 58 און אביסל שפעטער האט אים אן אנדערער דערזען, און געזאגט: דו ביסט אויך פון זיי! פעטרוס אבער האט געזאגט: מענטש, איך בין עס נישט! 59 און נאך א פארלויף פון אן ערך איין שעה, האט אן אנדערער באשטימט פארזיכערט, אזוי צו זאגן: אויף אן אמת אויך דער דאזיקער איז געווען מיט אים; ווארום ער איז אויך א גלילי! 60 פעטרוס אבער האט געזאגט: מענטש, איך ווייס נישט, וואס דו זאגסט! און אין אן אויגנבליק, בשעת ער האט נאך גערעדט, האט דער האן געקרייט. 61 און דער האר האט זיך אויסגעדרייט, און א בליק געטאן אויף פעטרוסן. און פעטרוס האט זיך דערמאנט דאס ווארט פון דעם האר, ווי ער האט צו אים געזאגט: איידער דער האן וועט היינט קרייען, וועסטו מיך דריי מאל פארלייקענען. 62 און ער איז ארויסגעגאנגען אינדרויסן, און האט זיך ביטער צעוויינט.

Veja também