Pular para o conteúdo
Publicidade

Lucas 24

13 און זע, צוויי פון זיי זענען דעם זעלביקן טאג געווען אויפן וועג אין א דארף אריין מיטן נאמען עמאוס, וואס איז געלעגן זעכציק אקער-פעלד פון ירושלים. 14 און האבן געשמועסט צווישן זיך וועגן אלעם דעם, וואס איז פארגעקומען. און עס איז געשען, 15 בשעת זיי האבן געשמועסט און געהאלטן א וויכוח, האט יהושע/ישוע אליין גענענט, און איז מיטגעגאנגען מיט זיי. 16 זייערע אויגן אבער זענען געהאלטן געווארן, כדי זיי זאלן אים נישט דערקענען. 17 און ער האט צו זיי געזאגט: וואס פאר א ווערטער זענען דאס, וואס איר רעדט איינער מיט דעם אנדערן אונטערוועגנס? און זיי זענען געבליבן שטיין מיט באטריבטע פנימער. 18 און דער איינער מיטן נאמען קלעאפאס, האט ענטפערנדיק געזאגט צו אים: ביסטו דער איינציקער פרעמדער אין ירושלים, און ווייסט נישט וואס עס איז דארט געשען אין די דאזיקע טעג? 19 און ער האט צו זיי געזאגט: וואס? און זיי האבן צו אים געזאגט: דאס פון יהושע/ישוע פון נצרת, וואס איז געווען א נביא, מעכטיק אין טאט און אין ווארט פאר ה׳ און דעם גאנצן פאלק; 20 און וויאזוי אונדזערע הויפט כהנים און שרים האבן אים איבערגעגעבן, אז ער זאל פארמשפט ווערן צום טויט, און האבן אים אויפגעהאנגען אויף א בוים. 21 מיר אבער האבן געהאפט, אז ער איז דאס, וועלכער האט געזאלט אויסלייזן דאס (פאלק) ישראל. און אויסער דעם איז שוין היינט דער דריטער טאג, זינט די דאזיקע זאכן זענען געשען. 22 נאר אפילו אייניקע פרויען, וואס געהערן צו אונדז, האבן אונדז איבערראשט, קומענדיק אינדערפרי צום קבר; 23 און ווען זיי האבן נישט געפונען זיין גוף, זענען זיי געקומען, און האבן געזאגט, אז זיי האבן אויך געזען א דערשיינונג פון מלאכים, וועלכע האבן געזאגט, אז ער לעבט. 24 און אייניקע פון די אונדזעריקע זענען אוועק צום קבר, און האבן עס געפונען פונקט אזוי, ווי די פרויען האבן געזאגט, אים (אליין) אבער האבן זיי נישט געזען. 25 און ער האט צו זיי געזאגט: אָ, איר נאראנים און וואס דאס הארץ איז אייך שווער צו גלויבן אלץ, וואס די נביאים האבן גערעדט! 26 צי האט דען דער משיח נישט געדארפט ליידן די דאזיקע זאכן, און אריינגיין אין זיין הערלעכקייט אריין? 27 און אנהויבנדיק פון (תורת) משה און פון אלע נביאים, האט ער אויסגעטייטשט פאר זיי אין אלע שריפטן דאס, וואס האט א שייכות צו אים. 28 און זיי האבן זיך דערנענטערט צו דעם דארף, וואואהין זיי זענען געגאנגען, און ער האט זיך געמאכט, ווי ער וואלט געוואלט גיין ווייטער. 29 און זיי האבן אים געבעטן, און האבן געזאגט: בלייב ביי אונדז, ווייל עס האלט שוין באלד ביים אוונט, און דער טאג האט זיך שוין גענייגט! און ער איז אריינגעגאנגען צו בלייבן ביי זיי. 30 און עס איז געשען, בשעתן אנידערזעצן זיך צוזאמען מיט זיי צום טיש, האט ער גענומען דאס ברויט, געמאכט א ברכה, האט עס צעבראכן און געגעבן צו זיי. 31 און זייערע אויגן זענען אויפגעעפנט געווארן, און זיי האבן אים דערקענט; און ער איז פון זיי פארשווונדן. 32 און זיי האבן געזאגט איינער צום אנדערן: צי האט דען נישט אונדזער הארץ געברענט אין אונדז, בשעת ער האט מיט אונדז גערעדט אויפן וועג, ווי ער האט אונדז אויפגעעפנט די כתבי (הקודש)? 33 און זיי זענען אויפגעשטאנען אין דער זעלביקער שעה און האבן זיך אומגעקערט קיין ירושלים, און האבן געפונען די עלף פארזאמלט, און די, וואס זענען געווען מיט זיי; 34 וועלכע האבן געזאגט: דער האר איז באמת אויפגעשטאנען, און האט זיך באוויזן צו שמעונען! 35 און זיי אליין האבן דערציילט, וואס עס איז געשען אויפן וועג, און וויאזוי ער איז פון זיי דערקענט געווארן ביים ברעכן דאס ברויט.

Veja também