Pular para o conteúdo
Publicidade

Lucas 5

18 און זע, מענער האבן געטראגן אויף א בעט א מענטשן, וועלכער איז געווען פאראליזשירט; און האבן געזוכט אים אריינצוברענגען, און צו לייגן פאר אים. 19 און נישט געפינענדיק (קיין מעגלעכקייט) וויאזוי זיי זאלן אים אריינברענגען צוליב דעם המון מענטשן, זענען זיי ארויפגעשטיגן אויפן דאך, און האבן אים אראפגעלאזט דורך די שינדלען מיט דעם בעטל אין דער מיט פאר יהושען/ישוען. 20 און ווען יהושע/ישוע האט געזען זייער אמונה, האט ער געזאגט: מענטש, דיינע זינד זענען דיר פארגעבן געווארן! 21 און די סופרים און די פרושים האבן אנגעהויבן נאכצוטראכטן, אזוי צו זאגן: ווער איז ער דאס, וואס רעדט ארויס לעסטערונגען? ווער קען דאס מוחל זיין זינד, אחוץ ה׳ אליין? 22 יהושע/ישוע האט אבער איינגעזען זייערע מחשבות, און האט ענטפערנדיק געזאגט צו זיי: פארוואס טראכט איר נאך אין אייערע הערצער? 23 וואס איז לייכטער, צו זאגן: דיינע זינד זענען דיר פארגעבן געווארן, אדער צו זאגן: שטיי אויף און גיי? 24 נאר כדי איר זאלט וויסן, אז דער בר אנש האט רשות אויף דער ערד מוחל צו זיין זינדהאט ער געזאגט צום פאראליטיקערדיר זאג איך, שטיי אויף און נעם דיין בעטל און גיי אהיים! 25 און אין אן אויגנבליק איז ער אויפגעשטאנען פאר זיי, האט גענומען דאס (בעטל) אויף וועלכן ער איז געלעגן, און איז אוועק אהיים לויבנדיק ה׳.

Veja também