6 און עס איז געשען אן אנדערן שבת, אז ער איז אריינגעגאנגען אין א שול און האט געלערנט; און דארט איז געווען א מענטש, וועמעס רעכטע האנט איז געווען פארדארט. 7 און די סופרים און די פרושים האבן גוט אכטונג געגעבן אויף אים, אויב ער וועט שבת היילן, כדי זיי זאלן געפינען עפעס אים אנצוקלאגן. 8 ער אבער האט געקענט זייערע געדאנקען; און האט געזאגט צום מאן, מיט דער פארדארטער האנט: הויב דיך אויף און שטעל דיך אין דער מיט! און ער איז אויפגעשטאנען און זיך געשטעלט. 9 און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: איך וועל אייך פרעגן: צי מעג מען שבת טאן גוטס אדער טאן שלעכטס, ראטעווען א נפש, אדער אומברענגען? 10 און ארומקוקנדיק זיך אויף זיי אלע, האט ער געזאגט צו אים: שטרעק אויס דיין האנט! און ער האט עס געטאן, און זיין האנט איז ווידער געזונט געווארן.