Pular para o conteúdo
Publicidade

לוקאס 7

1 נאך דעם ווי ער האט געענדיקט די אלע רייד זיינע אין די אויערן פון דעם פאלק, איז ער אריינגעגאנגען קיין כפר-נחום.

2 און א געוויסן אפיצירס א קנעכט, וועלכער איז געווען ביי אים טייער געשעצט, איז געלעגן קראנק און געהאלטן ביים שטארבן. 3 און הערנדיק וועגן יהושען/ישוען, האט ער געשיקט צו אים זקנים פון די יידן אים צו בעטן, אז ער זאל קומען היילן דעם קנעכט זיינעם. 4 און ווען זיי זענען געקומען צו יהושען/ישוען, האבן זיי אים זייער געבעטן, אזוי צו זאגן: ער איז ווערט, אז דו זאלסט טאן דאס דאזיקע פאר אים; 5 ווארום ער האט ליב אונדזער פאלק, און די שול האט ער אליין אונדז געבויט. 6 איז יהושע/ישוע געגאנגען מיט זיי. און ווען זיי זענען שוין נישט געווען ווייט פון דעם הויז, האט דער אפיציר געשיקט פריינד, אזוי צו זאגן צו אים: האר, באמי דיך נישט; ווארום איך בין נישט ווערט, אז דו זאלסט אריינקומען אונטער מיין דאך; 7 צוליב דעם האב איך מיך אליין נישט געהאלטן פאר ראוי צו קומען צו דיר. נאר זאג א ווארט, און מיין קנעכט וועט געזונט ווערן! 8 ווארום אויך איך בין א מענטש, וואס איז געשטעלט אונטער מאכט, און האב אונטער מיר זעלנער, און איך זאג צו דעם דאזיקן: גיי! און ער גייט; און צו אן אנדערן: קום! און ער קומט; און צו דעם קנעכט מיינעם: טו דאס! און ער טוט עס. 9 און ווען יהושע/ישוע האט דאס געהערט, האט ער זיך געוואונדערט איבער אים, און האט זיך אויסגעדרייט און געזאגט צו דעם המון מענטשן, וואס האט אים נאכגעפאלגט: איך זאג אייך, נישט אפילו אין ישראל האב איך געפונען אָט אזא אמונה! 10 און ווען די שליחים האבן זיך אומגעקערט אהיים, האבן זיי געפונען דעם קנעכט געזונט.

Estes versículos te tocaram? Ore agora!

+581 estão orando agora.

Junte-se à corrente de oração.

Veja também