Pular para o conteúdo
Publicidade

Lucas 7

24 און ווען יוחננס שליחים זענען אוועקגעגאנגען, האט ער אנגעהויבן צו רעדן צו די מאסן מענטשן וועגן יוחנן: וואס זענט איר ארויסגעגאנגען אין דער מדבר אריין צו זען? א טראשטשינע געשאקלט פונם ווינט? 25 נאר וואס דען זענט איר ארויסגעגאנגען זען? א מענטשן געקליידט אין טייערע מלבושים? זע, די וואס טראגן פרעכטיקע קליידער און לעבן אין תענוגים, געפינען זיך אין קעניגלעכע שלעסער. 26 נאר וואס דען זענט איר ארויסגעגאנגען זען? א נביא? יא, איך זאג אייך, און מער ווי א נביא. 27 ער איז עס, וועגן וועמען עס שטייט געשריבן:

זע, איך שיק מיין מלאך פאר דיין פנים,

וועלכער וועט צוגרייטן דיין וועג פאר דיר.

(מלאכי ג, א.)

28 איך זאג אייך, צווישן די, וואס זענען געבוירן געווארן פון פרויען, איז נישט פאראן קיין גרעסערער פון יוחנן; דאך איז דער קלענסטער אינם קעניגרייך פון ה׳ גרעסער ווי ער. 29 און דאס גאנצע פאלק, וואס האט אים געהערט, און די שטייער אויפמאנער האבן גערעכטפערטיקט ה׳, לאזנדיק זיך טובל זיין מיט דער מקווה פון יוחנן. 30 די פרושים אבער און די חכמים האבן אפגעווארפן די עצה פון ה׳ פון זיך, ווייל זיי האבן זיך נישט געלאזט טובל זיין אין דער מקווה פון אים.

Veja também