Pular para o conteúdo
Publicidade

Lucas 7

31 צו וועמען זשע זאל איך פארגלייכן די מענטשן פון דעם דאזיקן דור, און צו וועמען זענען זיי גלייך? 32 זיי זענען גלייך צו קינדער, וואס זיצן אויפן מארק, און רופן איינס צום אנדערן און זאגן: מיר האבן געשפילט פאר אייך, און איר האט נישט געטאנצט; מיר האבן געקלאגט, און איר האט נישט געוויינט. 33 ווארום יוחנן (פון דער ירדן מקווה) איז געקומען און האט נישט געגעסן קיין ברויט און נישט געטרונקען קיין וויין; און איר זאגט: ער האט א בייזן גייסט! 34 דער בר אנש איז געקומען, עסט און טרינקט יא; און איר זאגט: זע, א מענטש א זולל וסובא, א פריינד פון שטייער אויפמאנער און חוטאים! 35 און דאך איז די חכמה גערעכטפערטיקט אין אלע אירע קינדער.

36 און איינער פון די פרושים האט אים פארבעטן, צו עסן מיט אים. און ער איז אריינגעגאנגען אין דעם פרושס הויז, און האט זיך געזעצט צום טיש. 37 און זע, אין דער שטאט איז געווען א געוויסע זינדיקע פרוי; און דערוויסנדיק זיך, אז ער זיצט צום טיש אין דעם פרושס הויז, האט זי געברענגט אן אלאבאסטער פלאש מיט מירע אייל,

Veja também