Pular para o conteúdo
Publicidade

Lucas 8

22 און עס איז געשען אין איינעם פון די טעג, אז ער איז איינגעשטיגן אין א שיפל מיט זיינע תלמידים; און האט צו זיי געזאגט: לאמיר אריבערפארן אויף דער אנדערער זייט ים; און זיי האבן זיך אוועקגעשיפט. 23 בעת אבער זיי זענען געפארן, איז ער איינגעשלאפן; און א שטורמווינט האט אראפגענידערט אויפן ים, און דאס שיפל האט זיך אנגעפילט (מיט וואסער), און זיי זענען געווען אין סכנה. 24 און זיי זענען צוגעקומען, האבן אים אויפגעוועקט, אזוי צו זאגן; האר, האר, מיר זענען פארלוירן! ער אבער איז אויפגעשטאנען, האט אנגעשריגן דעם ווינט און די שטורמדיקע כוואליעס וואסער; און זיי האבן זיך געלייגט, און עס איז געווארן שטיל. 25 און ער האט צו זיי געזאגט: וואו איז אייער אמונה? זיי אבער האבן זיך געפארכטן און געוואונדערט, און געזאגט איינער צום אנדערן: ווער איז ער דאך, ווייל סאי די ווינטן באפעלט ער סאי דאס וואסער, און זיי געהארכן אים?

Veja também