Pular para o conteúdo
Publicidade

Lucas 8

27 און ווען ער איז ארויסגעקומען אויף דער יבשה, איז אים אויס דער שטאט אנטקעגנגעקומען א מאן, וואס האט געהאט בייזע גייסטער; און שוין א לאנגע צייט ווי ער האט נישט געטראגן קיין מלבוש, אויך האט ער נישט געוואוינט אין קיין הויז, נאר אין די קברים. 28 און דערזעענדיק יהושען/ישוען, האט ער א געשריי געטאן, איז אנידערגעפאלן פאר אים און האט געזאגט מיט א הויך קול: וואס האב איך מיט דיר, יהושע/ישוע, דו זון פון ג-ט דעם אויבערשטער? איך בעט דיך, אז דו זאלסט מיך נישט פייניקן! 29 ווארום ער האט באפוילן דעם אומריינעם גייסט ארויסצוגיין פון דעם מענטשן; ווייל א סך מאל האט ער אים שוין געכאפט, און מען האט אים געבונדן מיט קייטן און פענטעס און געהאלטן אונטער שמירה; און ער פלעגט צערייסן דאס, מיט וועלכן ער איז געווען געבונדן און איז געטריבן געווארן פון דעם בייזן גייסט אין די מדבריות אריין. 30 און יהושע/ישוע האט אים געפרעגט: וואס איז דער נאמען דיינער? און ער האט געזאגט: לעגיאן! ווייל א סך בייזע גייסטער זענען אריין אין אים. 31 און זיי האבן אים געבעטן, אז ער זאל זיי נישט באפעלן צו גיין אין תהום אריין. 32 און דארטן איז געווען א גרויסע סטאדע חזירים פאשענדיק זיך אויפן בארג, און זיי האבן אים געבעטן, אז ער זאל זיי דערלויבן אריינצוגיין אין זיי. און ער האט עס זיי דערלויבט. 33 און די בייזע גייסטער זענען ארויסגעגאנגען פון דעם מענטשן און זענען אריין אין די חזירים; און די סטאדע האט זיך א ריס אראפ געטאן פון דעם משופעדיקן פעלדזן אין ים אריין און איז דערטרונקען געווארן. 34 ווי אבער די פאסטוכער האבן געזען, וואס עס האט געטראפן, זענען זיי אנטלאפן און האבן עס דערציילט אין דער שטאט און אין די דערפער. 35 און זיי זענען ארויסגעגאנגען זען, וואס עס האט פאסירט און זענען געקומען צו יהושען/ישוען, און האבן געפונען דעם מענטשן, פון וועמען די בייזע גייסטער זענען ארויס, אנגעקליידט און ביי די קלארע געדאנקען און ער איז געזעסן ביי ישועס פיס; און זיי האבן זיך געפארכטן.

Veja também