41 און זע, עס איז געקומען א מאן מיטן נאמען יאיר, א גבאי פון דער שול איז ער געווען; און איז אנידערגעפאלן פאר ישועס פיס און האט אים געבעטן, אז ער זאל אריינגיין אין זיין הויז. 42 ווייל ער האט געהאט אן איין איינציקע טאכטער קנאפע צוועלף יאר אלט, און זי האט געהאלטן ביים שטארבן. און בשעת ער איז אהינגעגאנגען האבן די המונים מענטשן זיך געדרענגט ארום אים.