Pular para o conteúdo
Publicidade

לוקאס 9

1 און ער האט צוזאמענגערופן די צוועלף, און האט זיי געגעבן כוח און שליטה איבער אלע בייזע גייסטער און צו היילן קראנקייטן. 2 און האט זיי געשיקט אויסצורופן דאס קעניגרייך פון ה׳ און געזונט צו מאכן די שלאפע. 3 און האט צו זיי געזאגט: נעמט גארנישט מיט אויפן וועגנישט קיין שטעקן, נישט קיין בייטל, נישט קיין ברויט, נישט קיין געלט, איר זאלט אויך נישט האבן קיין צוויי העמדער. 4 און אין וועלכן נישט איז הויז איר וועט אריינקומען, בלייבט דארטן, און פון דארטן זאלט איר גיין ווייטער. 5 און וואו מען וועט אייך נישט אויפנעמען, ארויסגייענדיק פון יענער שטאט, זאלט איר אפשאקלען דעם שטויב פון אייערע פיס פאר אן עדות קעגן זיי. 6 און זיי זענען אוועק, און זענען געגאנגען איבער די דערפער, האבן אנגעזאגט די גוטע בשורה און געהיילט אומעטום.

Veja também