38 און זע, א מאן פון דער מאסע מענטשן האט א געשריי געטאן, אזוי צו זאגן: רבי, איך בעט דיך, קוק דיך אום אויף מיין זון, מחמת ער איז מיין בן יחיד; 39 און זע, א גייסט כאפט אים אָן, און פלוצלונג שרייט ער און רייסט אים, אז ער שוימט פארן מויל, און גייט קוים אוועק פון אים און צעשלאגט אים, 40 און איך האב שוין געבעטן דיינע תלמידים, אז זיי זאלן אים ארויסטרייבן, און זיי זענען נישט געווען ביכולת. 41 און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק געזאגט: אָ אומגלויביק און פארקרימט דור! ביז ווען וועל איך זיין ביי אייך און אייך סובל זיין! ברענג אהער דעם זון דיינעם! 42 און בעת ער איז נאך געווען אויפן וועג צו אים, האט דער בייזער גייסט אים א ריס געטאן און געמאטערט. יהושע/ישוע אבער האט אנגעשריגן אויף דעם אומריינעם גייסט, און געהיילט דאס יינגל און אים אפגעגעבן צו זיין פאטער. 43 און אלע זענען דערשטוינט געווארן איבער ה׳ס געוואלדיקער מאכט.
און בשעת אלע האבן זיך געוואונדערט איבער אלעם, וואס ער האט געטאן, האט ער געזאגט צו זיינע תלמידים: