35 און יעקב און יוחנן, זבדיס זין, זענען צוגעגאנגען צו אים, און האבן צו אים געזאגט: רבי, מיר פארלאנגען, אז דו זאלסט פאר אונדז טאן, וואס מיר וועלן דיך בעטן! 36 און ער האט צו זיי געזאגט: וואס פארלאנגט איר, אז איך זאל טאן פאר אייערטוועגן? 37 און זיי האבן צו אים געזאגט: גיב אונדז, אז מיר זאלן זיצן, איינער אויף דיין רעכטער זייט, און איינער אויף דיין לינקער זייט, אין דיין הערלעכקייט!