4 און זיי האבן געזאגט: משה האט דערלויבט (איר) צו שרייבן א ספר כריתות (גט) און זי אוועקצושיקן. (דברים כד, א.) 5 יהושע/ישוע אבער האט צו זיי געזאגט: צוליב דער פארהארטעוועטקייט פון אייער הארץ האט ער אייך אנגעשריבן דאס דאזיקע געבאט; 6 פון אנהויב פון דער באשאפונג אבער האט ה׳ זיי באשאפן זכר און נקבה. (בראשית א, כז.) 7 דערפאר וועט א מענטש פארלאזן זיין פאטער און די מוטער, און זיך באהעפטן מיט זיין ווייב, 8 און די צוויי וועלן זיין איין פלייש (בראשית ב, כד.); אזוי זענען זיי מער נישט צוויי, נאר איין פלייש. 9 דעריבער וואס ה׳ האט מזווג געווען, דאס זאל קיין מענטש נישט צעשיידן!