1 און ווען זיי דערנענטערן זיך צו ירושלים, צו בית-פגי און בית-היני, ביים הר הזיתים, שיקט ער צוויי פון זיינע תלמידים, 2 און זאגט צו זיי: גייט אין דעם דארף אריין, וואס איז אנטקעגנאיבער אייך; און גלייך ווי איר וועט אריינקומען אהין, וועט איר געפינען א יונג אייזעלע אנגעבונדן, אויף וועלכן קיין מענטש איז נאך קיינמאל נישט געזעסן; בינדט עס אפ, און ברענגט עס. 3 און אויב עמיצער וועט צו אייך זאגן: פארוואס טוט איר דאס? זאלט איר זאגן: דער האר האט עס נייטיק, און שיקט עס באלד צוריק אהער. 4 און זיי זענען אוועקגעגאנגען, און האבן געפונען א יונג אייזעלע אנגעבונדן ביי א טיר אינדרויסן ביים שייד וועג; און זיי בינדן עס אפ. 5 און אייניקע, וואס זענען דארטן געשטאנען, האבן צו זיי געזאגט: וואס טוט איר, אפבינדנדיק דאס אייזעלע? 6 און זיי האבן צו זיי געזאגט אזוי ווי יהושע/ישוע האט באפוילן; און זיי האבן זיי געלאזט. 7 און זיי ברענגען דאס יונגע אייזעלע צו יהושען/ישוען, און לייגן ארויף דערויף זייערע מלבושים; און ער האט זיך דערויף ארויפגעזעצט. 8 און א סך האבן אויסגעשפרייט זייערע מלבושים אויפן וועג; און אנדערע האבן אויסגעשפרייט צווייגן, וואס זיי האבן אפגעשניטן אויף די פעלדער. 9 און די, וואס זענען געגאנגען פארויס, און די, וואס זענען נאכגעגאנגען, האבן געשריגן: הושענא! געלויבט איז דער, וואס קומט אינם נאמען פון דעם האר! (ברוך הבא בשם ה׳) 10 געבענטשט איז דאס מלכות פון אונדזער פאטער דוד, וואס קומט! הושענא במרומים! (תהלים קיח, כו.)
11 און ער איז אריינגעגאנגען קיין ירושלים אין בית המקדש אריין; און נאך דעם ווי ער האט זיך אויף אלעם ארומגעקוקט, ווייל עס איז שוין געווען א שפעטע אוונט שעה, איז ער ארויסגעגאנגען קיין בית-היני צוזאמען מיט די צוועלף.