20 און ווען זיי זענען פארבייגעגאנגען אינדערפרי, האבן זיי געזען דעם פייגנבוים פארטריקנט ביז צו די ווארצלען. 21 און פעטרוס האט זיך דערמאנט און זאגט צו אים: רבי, זע, דער פייגנבוים, וועלכן דו האסט פארפלוכט, איז פארדארט געווארן! 22 און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: האט אמונה אין ה׳! 23 באמת זאג איך אייך: ווער עס וועט זאגן צום דאזיקן בארג: הויב דיך אויף און ווארף דיך אין ים אריין! און וועט נישט זיין מסופק אין זיין הארצן, נאר וועט גלויבן, אז וואס ער זאגט וועט געשען, וועט עס (אזוי) זיין פאר אים. 24 דערפאר זאג איך אייך: אלץ, אויף וואס איר וועט תפילה טאן און בעטן, גלויבט, אז איר האט עס באקומען, און עס וועט (אזוי) זיין צו אייך. 25 און ווען איר האט זיך אוועקגעשטעלט און זענט מתפלל, זאלט איר מוחל זיין, אויב איר האט עפעס קעגן וועמען; כדי אויך אייער פאטער אין הימל זאל אייך מוחל זיין אייערע עבירות.