6 יהושע/ישוע אבער האט געזאגט: לאזט זי צורו! וואס פארשאפט איר זי עגמת נפש? זי האט מיר געטאן א גוטע זאך. 7 ווארום די ארעמעלייט האט איר תמיד ביי זיך, און ווען איר ווילט, קענט איר זיי טאן גוטס; מיך אבער האט איר נישט תמיד. 8 וואס זי האט געקענט, דאס האט זי געטאן; זי האט פארויס געזאלבט מיין גוף צו דער קבורה. 9 און באמת זאג איך אייך: וואו נאר די גוטע בשורה וועט אנגעזאגט ווערן אין דער גאנצער וועלט, וועט אויך דערציילט ווערן, וואס זי האט געטאן, לזכר פון איר.
Publicidade