3 און אייניקע זענען געקומען, ברענגענדיק צו אים א פאראליזשירטן, וואס איז געטראגן געווארן פון פיר. 4 און נישט קענענדיק אים צוברענגען צו אים צוליב דעם המון מענטשן, האבן זיי אראפגעריסן דעם דאך וואו ער איז געווען, און נאך דעם ווי זיי האבן דורכגעבראכן, האבן זיי אראפגעלאזט דאס בעט, אויף וועלכן דער פאראליזשירטער איז געלעגן. 5 און ווי יהושע/ישוע האט געזען זייער גלויבן, זאגט ער צום פאראליטיקער: קינד, דיינע זינד זענען דיר פארגעבן געווארן! 6 עס זענען אבער דארט געזעסן אייניקע פון די סופרים, וואס האבן נאכגעטראכט אין זייערע הערצער, 7 פארוואס רעדט ער אזוי? ער לעסטערט דאך! ווער קען מוחל זיין זינד אחוץ נאר ה׳ אליין? 8 און גלייך דערוויסנדיק זיך אין זיין גייסט, אז זיי האבן אזוי געטראכט, זאגט ער צו זיי: פארוואס טראכט איר די דאזיקע זאכן אין אייערע הערצער? 9 וואס איז לייכטער: צו זאגן צום פאראליזשירטן: דיינע זינד זענען דיר פארגעבן געווארן; אדער צו זאגן: שטיי אויף, נעם דיין בעט און גיי? 10 כדי אבער איר זאלט וויסן, אז דער בר אנש האט רשות מוחל צו זיין זינד אויף דער ערד—זאגט ער צום פאראליזשירטן: 11 דיר זאג איך: שטיי אויף, נעם דיין בעט און גיי אהיים! 12 און ער איז אויפגעשטאנען, און האט באלד גענומען דאס בעט און איז ארויסגעגאנגען פאר אלעמען, אזוי אז אלע זענען געווען אויסער זיך פון דערשטוינונג, און האבן געלויבט ה׳, אזוי צו זאגן: נאך קיינמאל האבן מיר אזעלכעס נישט געזען!