Pular para o conteúdo
Publicidade

Marcos 3

1 און ער איז ווידער אריינגעגאנגען אין שול; און עס איז דארטן געווען א מענטש, וואס האט געהאט א פארדארטע האנט. 2 און זיי האבן געלויערט אויף אים, צי ער וועט אים שבת היילן, כדי זיי זאלן אים אנקלאגן. 3 און ער זאגט צו דעם מענטשן, וואס האט געהאט די פארדארטע האנט: שטיי אויף און שטעל דיך אין דער מיטן! 4 און זאגט צו זיי; צי מעג מען שבת טאן גוטס, אדער טאן שלעכטס? ראטעווען א נפש, אדער טייטן? זיי אבער האבן געשוויגן. 5 און ער האט זיך ארומגעקוקט אויף זיי מיט צארן, זייער באטריבט איבער דער שטיינהארטקייט פון זייערע הארץ, און זאגט צו דעם מענטשן: שטרעק אויס די האנט! און ער האט זי אויסגעשטרעקט; און זיין האנט איז ווידער געזונט געווארן.

Veja também