3 הערט זיך צו: זע, דער זייער איז ארויסגעגאנגען צו פארזייען. 4 און עס איז געשען, בשעת דעם זייען זענען אייניקע (זאמען) געפאלן ביים וועג, און די פייגל זענען געקומען און האבן זיי אויפגעגעסן. 5 און אנדערע זענען געפאלן אויף דעם שטייניקן באדן, וואו זיי האבן נישט געהאט קיין סך ערד; און האבן גלייך אויפגעשפראצט צוליבן נישט האבן קיין טיפקייט פון ערד; 6 און ווען די זון איז אויפגעגאנגען, זענען זיי פארוועלקט געווארן, און ווייל זיי האבן נישט געהאט קיין ווארצל, זענען זיי פארדארט געווארן. 7 און אנדערע זענען געפאלן צווישן די דערנער, און די דערנער זענען אויפגעוואקסן און האבן זיי דערשטיקט, און זיי האבן נישט געגעבן קיין פרוכט. 8 און אנדערע זענען געפאלן אויף דער גוטער ערד, און האבן יא געגעבן פרוכט, וואס האט אויפגעשפראצט און איז געוואקסן; און האבן געברענגט איינס—דרייסיקפאכיק, און איינס זעכציקפאכיק, און איינס—הונדערטפאכיק. 9 און ער האט געזאגט: ווער עס האט אויערן צום הערן, דער זאל הערן!