Pular para o conteúdo
Publicidade

Marcos 4

37 און עס הויבט זיך אויף א גרויסער שטורמווינט, און די כוואליעס האבן זיך געווארפן אויפן שיפל, אזוי אז דאס שיפל האט זיך שוין געהאט כמעט אנגעפילט. 38 און ער אליין איז געווען אין דעם הינטערן טייל, שלאפנדיק אויף דעם קישן; און זיי וועקן אים אויף און זאגן צו אים: רבי, עס ארט דיך גארנישט, אז מיר קומען אום? 39 און ער איז אויפגעשטאנען, האט אנגעשריגן דעם ווינט און געזאגט צום ים: שווייג, זיי שטיל! און דער ווינט האט אויפגעהערט, און עס איז געווארן א גרויסע שטילקייט. 40 און ער האט צו זיי געזאגט: וואס זענט איר אזוי שרעקעוודיק? ווי, איר האט נאך אלץ נישט קיין גלויבן? 41 און זיי האבן זיך געפארכטן מיט א גרויסער פורכט, און האבן געזאגט איינס צום אנדערן: ווער איז ער דאך, אז סאי דער ווינט סאי דער ים געהארכן אים?

Veja também