1 און זיי זענען געקומען אויף דער אנדערער זייט ים, אין דעם לאנד פון די געראסענער, 2 און ווען ער איז ארויסגעשטיגן אויס דעם שיפל, איז אים גלייך אנטקעגנגעקומען פון די קברים ארויס א מענטש מיט אן אומריינעם גייסט, 3 וואס האט געהאט זיין וואוינונג אין די קברים, און קיינער האט אים שוין מער נישט געקענט בינדן, אפילו נישט מיט קיין קייט; 4 ווייל א סך מאל האט מען אים געבונדן מיט פענטעס און מיט קייטן, און ער האט די קייטן צעריסן און די פענטעס צעריבן, און קיינער האט אים נישט געקענט בייקומען. 5 און תמיד, טאג און נאכט, איז ער געווען צווישן די קברים און אויף די בערג, שרייענדיק און שלאגנדיק זיך מיט שטיינער. 6 און ווי ער האט דערזען יהושען/ישוען פונדערווייטנס, איז ער געלאפן און האט זיך געבוקט פאר אים; 7 און האט א געשריי געטאן מיט א הויך קול, און געזאגט: וואס האב איך מיט דיר, יהושע/ישוע, דו זון פון דער אויבערשטער? איך באשווער דיך ביי ה׳, דו זאלסט מיך נישט פייניקן! 8 ווארום ער האט צו אים געזאגט: דו אומריינער גייסט, גיי ארויס פון דעם מענטשן! 9 און ער האט אים געפרעגט: וואס פאר א נאמען האסטו? און ער האט צו אים געזאגט: מיין נאמען איז לעגיאן, ווייל מיר זענען א סך. 10 און ער האט אים פיל געבעטן, אז ער זאל זיי נישט ארויסשיקן פון דעם לאנד. 11 און דארט ביים בארג האט זיך געפאשעט א גרויסע סטאדע חזירים. 12 און זיי האבן אים געבעטן, אזוי צו זאגן: שיק אונדז צו די חזירים, כדי מיר זאלן אריינגיין אין זיי! 13 און ער האט זיי געגעבן רשות. און די אומריינע גייסטער זענען ארויסגעגאנגען, און זענען אריין אין די חזירים; און די סטאדע האט זיך א ריס געטאן פון דעם אראפהענגענדיקן פעלדזן אין ים אריין, אן ערך צוויי טויזנט, און זענען דערשטיקט געווארן אין ים. 14 און די וואס האבן זיי געפאשעט זענען אנטלאפן, און האבן עס דערציילט אין דער שטאט, און אויפן לאנד. און מען איז געקומען זען וואס עס איז פארגעקומען.