Pular para o conteúdo
Publicidade

Marcos 5

25 און א פרוי, וואס האט געליטן פון א בלוט פלוס צוועלף יאר לאנג, 26 און האט זייער פיל געליטן פון א סך דאקטוירים, און אויסגעגעבן אלץ וואס זי האט געהאט, און עס האט איר גארנישט געהאלפן, נאר עס איז איר נאך ערגער געווארן, 27 האבנדיק געהערט וועגן יהושען/ישוען, איז זי געקומען צווישן דעם המון מענטשן פון הינטן, און האט אנגערירט זיין מלבוש. 28 ווארום זי האט זיך געטראכט: אויב איך וועל אנרירן בלויז זיינע מלבושים, וועל איך געהאלפן ווערן! 29 און גלייך האט זיך פארטריקנט דער קוואל פון איר בלוט; און זי האט געפילט אין איר קערפער, אז זי איז געהיילט געווארן פון דער פלאג.

Veja também