38 און זיי קומען צו דעם גבאיס הויז; און ער זעט א געטומל, און מען וויינט און קלאגט זייער פיל. 39 און אריינגייענדיק זאגט ער צו זיי: וואס טומלט איר און וויינט? דאס קינד איז דאך נישט געשטארבן, עס שלאפט נאר. 40 און זיי האבן זיך אויסגעלאכט פון אים. ער אבער, נאך דעם ווי ער האט אלע ארויסגעטריבן, נעמט ער דעם פאטער פון דעם קינד און די מוטער, און די וואס זענען געווען מיט אים, און גייט אריין וואו דאס קינד איז געווען. 41 און ער האט אנגענומען דאס קינד ביי דער האנט, און האט צו איר געזאגט: טליתא קומי! וואס פארטייטשט איז דאס: מיידעלע (איך זאג דיר) שטיי אויף! 42 און דאס מיידעלע איז גלייך אויפגעשטאנען, און איז ארומגעגאנגען; ווארום זי איז שוין אלט געווען צוועלף יאר. און זיי זענען תיכף דערשטוינט געווארן מיט א גרויסער דערשטוינונג.