21 און ווען עס איז געקומען א געלעגנהייטלעכער טאג, בשעת הורדוס האט אויף זיין געבוירנטאג געמאכט א סעודה פאר זיינע גרויסע לייט, און די הויכע אפיצירן, און די חשובסטע מענטשן פון גליל, 22 איז די טאכטער פון הורודיה אליין אריינגעקומען און האט געטאנצט, און זי איז וואוילגעפעלן הורדוסן און זיינע געסט. און דער קעניג האט געזאגט צום מיידל: בעט פון מיר וואס דו ווילסט נאר, און איך וועל עס דיר געבן!