Pular para o conteúdo
Publicidade

Marcos 6

22 איז די טאכטער פון הורודיה אליין אריינגעקומען און האט געטאנצט, און זי איז וואוילגעפעלן הורדוסן און זיינע געסט. און דער קעניג האט געזאגט צום מיידל: בעט פון מיר וואס דו ווילסט נאר, און איך וועל עס דיר געבן! 23 און ער האט איר צוגעשוואוירן: וואס דו וועסט בעטן, וועל איך דיר געבן, ביז א העלפט פון מיין קעניגרייך. 24 און זי איז ארויסגעגאנגען, און האט געזאגט צו איר מוטער: וואס זאל איך בעטן? און זי האט געזאגט: יוחנן פון דער (ירדן) מיקווהס קאפ! 25 און זי איז תיכף אריינגעגאנגען גיך צום קעניג, און האט אים געבעטן, אזוי צו זאגן: איך פארלאנג, אז דו זאלסט מיר איצט געבן קאפ פון יוחנן פון דער (ירדן) מקווה אויף א טעלער! 26 און דער קעניג איז טרויעריק געווארן, נאר צוליב די שבועות און די געסט האט ער איר נישט געוואלט אפזאגן. 27 און דער קעניג האט גלייך געשיקט א לייבוואכמאן, און האט אים באפוילן צו ברענגען זיין קאפ; און ער איז אוועקגעגאנגען און האט אים אפגעהאקט דעם קאפ אין תפיסה, 28 און געברענגט זיין קאפ אויף א טעלער, און האט אים געגעבן דעם מיידל; און דאס מיידל האט אים געגעבן צו איר מוטער.

Veja também