Pular para o conteúdo
Publicidade

Marcos 6

35 און ווען עס איז שוין געווארן א שפעטע שעה, זענען זיינע תלמידים צוגעקומען צו אים, און האבן געזאגט: דאס איז א מדבריותדיק ארט, און די שעה איז שוין שפעט; 36 לאז זיי אפ, כדי זיי זאלן גיין אין דער ארומיקער געגנט און דערפער, און זיך קויפן עפעס צו עסן. 37 ער אבער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: גיט איר זיי צו עסן! און זיי האבן צו אים געזאגט: זאלן מיר גיין איינקויפן ברויט פאר צוויי הונדערט דינרים, און זיי געבן צו עסן? 38 ער אבער האט צו זיי געזאגט: וויפל ברויט האט איר? גייט און זעט. און דערוויסנדיק זיך, האבן זיי געזאגט: פינף, און צוויי פיש. 39 און ער האט זיי באפוילן, אז אלע זאלן זיך אנידערזעצן חברותאווייז אויפן גרינעם גראז. 40 און זיי האבן זיך אנידערגעזעצט אין שורות, צו הונדערט, און צו פופציק. 41 און ער האט גענומען די פינף ברויט און די צוויי פיש, האט ארויפגעבליקט צום הימל, און געמאכט א ברכה, און צעבראכן די ברויטן; און האט זיי געגעבן צו די תלמידים, כדי זיי זאלן עס לייגן פאר זיי; אויך די צוויי פיש האט ער אויסגעטיילט צווישן אלע. 42 און אלע האבן געגעסן און זענען זאט געווארן. 43 און זיי האבן אויפגעהויבן פון די ברעקלעך צוועלף קערב פול, און פון די פיש. 44 און די, וואס האבן געגעסן די ברויטן, זענען געווען פינף טויזנט מאן.

Veja também