20 און האט געזאגט: וואס עס קומט ארויס פון דעם מענטשן, דאס איז דעם מענטשן מטמא. 21 ווארום פון אינעווייניק, אויס דעם הארצן פון די מענטשן, קומען ארויס די בייזע מחשבות, זנות, גנבות, רציחות, 22 ניאופים, געלט גייציקייט, שלעכטסקייטן, כיטרעקייט, צעלאזנקייט, א שלעכט אויג, חלול השם, גאווה, אומבאקימערטע נארישקייט; 23 אלע די דאזיקע בייזע זאכן קומען ארויס פון אינעווייניק, און מאכן דעם מענטשן טמא.
Publicidade
Publicidade